יום ג' דחוה"מ פסח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
יום ג' דחוה"מ פסח
=יום ד' למב"י=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:50.
בעל תפילה: ר' יעקב משה מיטעלמאן.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
פתיחה: הרה"ח ר' ירחמיאל ביטמאן און הרה"ח ר' מנחם מנלי שעהר,
כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן,
לוי: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים,
שלישי: הרה"ח ר' ישראל פאלקאוויטש,
הגבה: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר,
גלילה: הרה"ח ר' שמשון גפן,
רביעי: רבינו שליט"א,
הגבה: הרה"ח ר' חיים אלי' טייטלבוים,
גלילה: ר' יעקב בר"י פריעדמאן,
צו מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן,
מען האט געענדיגט ארום 11:50.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' עזריאל אלימלך שעהר, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ארום 5:45 איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א - אב"ד נייטרא מאנסי,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס איבער פארשידענע שאלות וואס מאכט זיך אום פסח,
דערנאך האט אים דער רבי ווארעם אנגעווינטשן.
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 8:40 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום 'מעמד חגיגת החג' משולב מיטן 'שמחת קריאת התנאים' פון נכדת רבינו הכלה בת הגה"צ רבי יואל שליט"א רב דביהמ"ד בית ברוך וחתן הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א, עב"ג החתן הרב ברוך שליט"א בן הגה"צ רבי יואל ט"ב שליט"א בן הגה"צ אב"ד סאטמאר 15עוו. שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א.
במשך די מעמד האט מען געזינגען ניגוני יו"ט און ניגוני שמחה,
עס האט אויפגעטרעטן די מחותנים און די זיידע הגה"צ בערטש'ער רב שליט"א, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען גארליצער רבי שליט"א מיט קריאת התנאים,
דערנאך האט די חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג,
דערנאך האט אויפגעטרעטן די זיידע גארליצער רבי שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט בדברי דרוש בעניני החג, דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די גרויסע יחוס פון די חתן כלה, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגער קירבה וואס די זיידע ר' ברוך זצ"ל - די שווער פונעם גארליצער רבי שליט"א - האט געהאט ביי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און די הנאה וואס רביה"ק האט פון די שידוך סיי אז מען איז זיך משדך מיטן ברודער הגה"צ רבי שלום אליעזר שליט"א און סיי מיט די חשובע משפחה מכל הצדדים, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ אינאיינעם מיט די גאנצע אויבן אן,
דערנאך האט דער רבי אנגעווינטשן פארן כלה,
מען האט געענדיגט ארום 10:45,
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב אין היכל הביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש,
נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטן מועד.
~🌴~