יום ב' דחוה"מ פסח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
יום ב' דחוה"מ פסח
=יום ג' למב"י=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:10.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
פתיחה: הר"ר חיים הערש מענדלאוויטש, און ר' יואל וויינבערגער,
כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א, חתן הגה"צ רבי ברוך שליט"א,
לוי: הרה"ח ר' שמואל בערגער - וומ"ס,
שלישי: בעל ברית ר' חיים בנציון ניימאן,
הגבה: הרה"ח ר' חיים בעריש פילאפף,
גלילה: הרה"ח ר' שבתי יעקב ווערטהיימער,
רביעי: רבינו שליט"א,
הגבה: הרה"ח ר' יצחק טייטלבוים,
גלילה: ר' ישראל מענדל שווארץ,
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק',
מען האט געענדיגט ארום 11:50.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים בנציון ניימאן, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ארום 3:15 איז דער רבי איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי איז אריין אינעם היכל התורה 'היכל צבי ויצחק ראזענבערג' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די פילצאליגע לומדים מיט א שטארקע קורת רוח און דערנאך צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 9:05 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין וומ"ס צום אסיפה השנתית שע"י התאחדות אברכים,
צום ערשט האט דער רבי געדאווענט מעריב,
בעל תפילה הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין - משב"ק,
נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
ארום 9:25 איז דער רבי ארויף צום ארון הקודש ווי דער רבי האט צום ערשט מתפלל געווען א תפילה חרישה, און דערנאך אנגעהויבן די דרשה ווי דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דברי דרוש ופלפול אינעם סוגיא פון מצוות צריכות כוונה וואס דער רבי האט פארגעלערענט אין ישיבה, און דערנאך אריבער בדברי אגדה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי מוסר והדרכה ווי דער רבי האט מעורר געוועהן איבער לימוד התורה און שטארק אויסגערימט די חבורות אינערהאלב קהילתינו הק', יסודי התורה, תורתך שעשועי, און איבער חבורות שונה הלכות, דער רבי האט מעורר געווען אז מהייבט יעצט אן פון פריש שלחן עורך אורח חיים און מ'קען זיך מיט כאפן, כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא, דערנאך האט דער רבי מעורר געווען בעניני תפילה, אז די דאווענען זאל ח"ו נישט זיין לעול ולמשא, דאווענען ווי די אנשי כנה"ג האבן מסדר געווען מרישא ועד גמירא, אנ"ש זאלן דאווענען אין אונזערע בתי מדרשים, און אז א חסידישע איד שטעלט זיך דאווענען נאר נאך א מקוה,
דערנאך האט דער רבי מעורר געוועהן איבער צניעות ביי נשים הן די מלבושים הן די לאנגע שייטלעך, און געזאגט אז הקב"ה גייט ארום קוקן די סדרים אבער קען נישט אריין ווען ס'נישטא קיין צניעות, די ברכה פון הקב"ה וואס ער לאזט איבער ביים באזוכן אין שטוב איז נישט כדאי צו פארלירן,
און אזוי אויך שטארק מעורר געווען איבער די שרעקליכע חורבן וואס די סמארטפאנס ברענגען אן סיי פאר ערוואקסענע וכל שכן פאר יונגווארג, און בכלליות דארף יעדער זען צו מחנך זיין זיינע קינדער לתורה וליראת שמים, און די בעסטע חינוך איז זיין אייגענע התנהגות 'וויאזוי ער פירט זיך אויף אזוי גייען זיינע קינדער זיך אויפפירן',
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די גזירת החינוך און ארויסגעברענגט די חיוב וואס די עלטערן האבן אינטערצושרייבן די בריווען פאר די רעגירונג אקעגן די גיידליין'ס, און ארויסגעברענגט די ווייטאג אז עס זענען דא עסקנים וואס ארבעטן אויף די גזירות, ליידער זענען זיי פאררעטערס! דער רבי האט ארויסגעברענגט מיט ווייטאג אז די א.ג. עסקנים זענען געקומען בעטען א הסכמה אויף פשרות רח''ל היל''ת,
דערנאך האט דער רבי מעורר געוועהן איבער די מדינה הטמאה און ארויסגעברענגט אז די פראבלעם איז נישט די גזירות נאר די עצם די אויפשטעלן די מדינה פאר ביאת המשיח, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 11:00 אזייגער.
דערנאך האבן אנ''ש געהאט די זכיה אריבערגיין וואונטשן א גוטן מועד פארן רבי'ן.
און דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
א גוטן מועד.
~🌴~