דינסטאג אחרי א'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג אחרי א'=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט די רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אלי' מאיר גוטמאן.
ב"ר שלמה יואל לעבאוויטש.
נאכן דאווענען האט מען געליינט די טעגליכע נשיא, און דער רבי האט געזאגט די יהי רצון כנהוג,
נאכן דאווענען איז פארגעקומען בחדרו הפרטי די חתימת שטרות ווי האחים הנגידים לבית וויינשטאק האבן אפגעקויפט די זכות בית התבשיל אינעם 'בנין קליין' במוסדותינו הק' קרית יואל.
דערנאך איז דער רבי אראפגעגאנגען אין היכל התורה היכל צבי ויצחק ראזענבערג ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט פאר א לענגערע צייט אויף די פיל געפאקטע היכל מיט לומדים בישיבת בין הזמנים מיט א שטארקע קורת רוח.
דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די שאלות פון חמץ בפסח וואס מאכט זיך ווען מען פארט אויף א פליגער אום חול המועד פסח.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:45 אויפדערנאכט.
ארום 12:45 האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~