זונטאג אחרי א'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג אחרי א'=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
נאכן דאווענען האט מען געליינט די טעגליכע נשיא, און דער רבי האט געזאגט די יהי רצון כנהוג,
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט.
ארום 10:45 האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים פון ישיבת נאוואמינסק פון ב"פ,
דער רבי האט ארומגערעדט אין די לימודים וואס מען לערענט אין ישיבה, און געווינטשן ברכת קדשו.
א גוטע נאכט.
~🌴~