דאנערשטאג טהרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג טהרה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון עסטרייכער, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט די רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב''ר יואל בר"ה פייערשטיין - תאומים.
ב"ר דוד מיטעלמאן.
נאכן דאווענען האט מען געליינט די טעגליכע נשיא, און דער רבי האט געזאגט די יהי רצון כנהוג,
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן אפרים קארנבלי, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים ברוב עם.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ברי"צ מענדלאוויטש און ר' יונה צבי האפמאן אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט.
ארום 10:20 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' אשר זאב ניימאן און הרה"ג ר' שלום משה ליפשיץ שליט"א מו"ץ ביהמ"ד בית מרדכי דקהלתינו הק', אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. פאר מעריב האט דער רבי געצינדען לעכט לע"נ די באבע הרבנית חנה ע"ה די רעביצין פונעם קדושת יו"ט זי"ע. און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אריבערגעפארן קיין "שכונת ויואל משה" ווי דער רבי האט זיך צום ערשט אומגעקוקט אויפן געגענט און זיך נאכגעפרעגט ביי די נייע תושבים, דערנאך איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים יעקב לעבאוויטש ווי דער רבי האט קובע מזוזה געווען,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' חיים יעקב האט אפגעקויפט א כתה אין די בית רחל במוסדותינו הק' אין וומ"ס, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די נייע תושבים איבער די הרחבת גבולי הקדושה, דערנאך האט דער רבי אונטערגעשריבן די שטר און ווארעם אנגעווינטשן פארן נדבן און די גאנצע משפחה.
א גוטע נאכט.
~🌴~