פרייטאג פרשת תזריע - טהרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
פרייטאג פרשת תזריע - טהרה
היינט פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל
ר' חיים פעלדמאן
ר' יואל ברוך פאלאק
ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאוונט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל
א גוט שבת
צווישן אנדערע האט זיך דעם ליל שב"ק באטייליגט ביים עריכת השלחן הטהור פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א כ"ק הגה"צ גאב"ד ציעשנוב שליט"א וראש ישיבתינו בבארא פארק וועלעכע וויילט אין קרית יואל לרגל די קידושא רבא פון עלטסטע אייניקיל ביי בנו הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב ק"י ומשפיע בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" -ווען דער רבי האט אים באמערקט האט דער רבי געהייסן ברענגן א בענקל און ארויפגעריפן ציעשנוב'ער רב זיצן ביים רבינס טיש, נאך די סיפורי קודש -דעי וואך פונעם ראפשיצער רב זי"ע- האט די מכבד געווען דעם ציעשנובער רב צו דערציילן סיפורים און דערנאך האט דער רבי ווייטער ממשיך געווען מיט סיפורי קודש.
קול רנה וישעוה באהלי צדיקים
שב"ק צופרי נאכן דאווענען האט זיך דער רבי באטייליגט ביים שמחת 'הקידושא רבא' וואס איז פארגעקומען בביהמ"ד ציעשנוב אין קרית יואל, מען האט געזינגן נגוני שמחה דערנאך האט דער רבי געמאכט קידוש און געווינטשן די זיידעס און די בעל שמחה און דעם גאנצן ציבור, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט נאך ניגוני שמחה, ביים קידוש האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס מיט כ"ק גאב"ד ציעשנוב שליט"א און מיט בנו הגה"צ אב"ד ציעשנוב ק"י שליט"א.
שישו ושמחו בשמחת רביה"ק זי"ע